
Hosted by פנחס גלויבער פען · EN

די מיסטעריע פון א בריוו וואסבין לאדין האט מיט איבער 20 יאר צוריק געשריבן און געניסט יעצט פון גרויס פאפולאריטעט אין דער סאושעל-מידיא וועלט

צוויי מאכטפולע אמעריקאנער 'עירקרעפט קעריערס' שווימען ארום די וואסערן פונעם מיטלענדישן ים. וואס איז די גדולה מיט די דאזיגע ריזיגע שיפן און וואס איז זייער תפקיד אויף דער וועלט?

ווען און וויאזוי האט זיך אנגעהויבן דער היינטיגער איסלאמישער אנטיסעמיטיזם? א בליק איבער'ן מאדנעם שותפות צווישן לינקע ליבעראלן און ראדיקאלע מוסולמענער

די מלחמה מיט כאמאס פלאקערט נאך, אבער די שמועסן ווער ס'זאל נאך דעם איבערנעמען די שליטה אויף דעם פלאץ האבן זיך שוין אנגעהויבן. וואס זענען די ברירות און ווער וויל וואס?

קאנגרעס האט געשטימט צו 'סענשורן' די איסלאמישע מישיגען-קאנגרעספרוי ראשידא טאליב, צוליב א סלאגאן וואס זי האט פארעפנטליכט. וואס מיינט א 'סענשור' און פארוואס איז קאנגרעס אזוי בייז אויף טאליב'ס ווערטער?

די גדולה מיט אן אטאקע פון תימן וואס איז אפגעשטעלט געווארן אין ספעיס: די געשיכטע פונעם מיסיל וואס פליט אזוי הויך ווי סאטעליטן און לאזט זיך נישט כאפן און אראפשיסן.

אלעס וואס איז פאראן אויף דער יבשה געפינט זיך אויך אין ים, און אויף א פילפאכיג-גרעסערן פארנעם. — א שפאציר אויף דעם העכסטן בארג און מאכטפולסטן וואסערפאל אין די טיפענישן פונעם אקעאן.

די שפאנונג צו א לאנג-ערווארטערער רעדע פון כעזאבאלא'ס פירער האט זיך געענדיגט מיט גארנישט. וואס האט מען געטראכט גייט נאסראלא זאגן און פארוואס פילט כאמאס אזוי פארראטן?

די 'כוטיס' פון תימן האבן זיך אריינגעמישט אין דער מלחמה וואס מדינת ישראל פירט מיט כאמאס. ווער זענען די מענטשן און וויאזוי זענען זיי פארבינדן מיט דעם קאנפליקט?

דער זעקס-עקיגער שטערן איז דורות-לאנג געווען באטראכט אלס אידישער סימבאל, און די נאציס ימ"ש האבן אים געניצט אין דעם לעצטן חורבן. דער מקור פון דעם סימבאל איז אבער פארשלייערט אין מיסטעריע, מיט א מעגליכקייט אז ס'קומט בכלל נישט פון אידן.